Scroll down for English version
די מעשה הייבט זיך אן א שיינע פאר יארן צוריק ווען די רבי האט מיר געלאזט רופן אל הקודש פנימה אין מיר אנגעטרויט אז איך בין א פאסיגע קאנדידאט, איך בין פון די אויסדערוועלטע וואס מען קען ספעציעל געטרויען מיט די הייליגע מצוה פון קויפן א הויז און די מייל ארום סקווירא, אין אריין לייגען גוים און מיט דעים מאכען א נחת רוח פארן רבין, אומר ועושה, די רבי בעט זיך אזוי שטארק, מ’זעט ווי עס סגייט אים און לעבן, אוודאי וועל איך העלפן! צווישן מיר אין דיר, ס’האט מיר גאנץ גיט געשמעקט, א קלייניקייט איך קען א טובה טוען פאר’ן רבי’ן אליין, סקען קען מיר נאך גיט צוניץ קומען!
פון דא און ווייטער איז אלעס געפארן זייער שנעל איך האב מיר געטראפן מיט א נייעם אייגנטום א הויז און די מייל! מ’האט מיר געהאלפן מיט אלעם, די מארטגעדזש, מיט די דעפאזיט, ועוד… , דאס איז דאך ממש ביידע וועלטן! וואס קען דען זיין בעסער?, סהאט זיך מיר שויןַ געוועבט זיסע חלומות, תורה וגדולה במקום אחד, גיטע צייטן אלעס אויף א גאלדענע טאץ, אפילו די טעגליכע זארגען פון טרעפן א טעננעט אין מעינטנענס ווערט מיר אזוי שיין צוגעשטעלט ביי די טייערע עסקנים, אז מיר בלייבט נאר צו שטיין אין די זייט אין שניידן די פירות,
אמת לאמתו וויל איך דא צולייגן, אז מיר האט זיך קיינמאל נישט געלייגט אויפן שכל די גאנצע מעשה מיט די מייל, איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די ערשטע מאל וואס איך האב געזען די בריוו אין די קאמיוניטי קאנעקשאנס, האט עס מיר אויסגעזען ווי א פלאן פון חעלעם, ממש א געלעכטער מ’גייט זאגען פאר אידן פון אלע סארטן קום נישט נאנט צו אינז! שטיי אוועק א מייל! אבער מיט די צייט ווען איך האב געהערט אז די פלאן איז פון רבי’ן אליין האב איך מיר געלאזט איבערעדן, אז יא ס׳איז א פלאן! אבער למעשה ווי אזוי וועט מען דאס אויספירן האט קיינער נישט געטראכט, למעשה מיט די צייט האט מען אנגעהויבן הערן שמועות אז די רבי האט געשטעלט א וועד וואס וועלן זיך באנעמען מיט אפקויפן די הייזער אין די מייל און מ’וועט אריין לייגן נאר גוים פאר טעננעט, אזוי וועט מען אויפטוען צוויי פאכיג, סיי אז אידן זאלן נישט אהער קומען בשכנות, אין די אידן וואס זענען שוין יא דא זאלן זיך אפטראגן!
און אזוי איז געקומען אז צום סוף בין איך גאר געווארן א חלק פונעם חעלעמער פלאן! איך האב מיר געטראפן מיט א הויז!.
ס’האט גענימען אביסל צייט אבער צוביסלעך האבען זאכען זיך אנגעהויבן טוישן, די אלע גליקן וואס מ’האט מיר צוגעזאגט האבן אנגעהויבן אויסוועפן, ס’האט זיך אנגעהויבן מיט אלע מינע פראבלעמען פון געלט ביז לעגאַל, אבער נאך מער פון דעים האט מיר אנגעהויבן נאגן מיין געוויסן, ווי קען זיין אז דאס איז גאר א מצוה? אריין צו לייגען די נידריגסטע גוים וואינען און די הייזער אין איך בין גאר א דירעקטע גורם, עס איז דען מעגליך אז דאס זאל ברענגען קדושה? ווען עס אויפן חשבון פון אנדערע אידן!
דאס האב איך מיר ווי אויפגעוועקט פון א חלום, איך אנגעהויבן פרעגן און שמועסן מיט אנדערע וואס האבען די הייזער האט זיך מיר צאמגעשטעלט א נייער בילד עס איז גארנישט אזוי גלאט ווי כ’האב געמיינט, די וואס האבען געקויפט הייזער שפעטער פון מיר, איז אפילו נאך ערגער ווי ביי מיר, זיי האבן שוין געצאלט אומגעהויערע פרייזן פאר די הייזער, וואס איז נישט מעגליך צו דעקן מיט די רענט וואס קומט אריין, וואס דרך אגב איז אויך נישט ווי אמאל, דאס איז חוץ פון אלע ציפעדיג צרות וואס מ’האט זיך לעצטענס אויסצושטיין פון די לאקאלע אינסטאנצן און די שכנים ( I don’t blame them)
איך האב מיר לאנג געקווענקלט אויב איך זאל שרייבן די בריוו אדער נישט, צום סוף אבער בין איך געקומען צו די החלטה אז אויב איך וועל ראטעווען אנדערע פון אריין פאלן אין די זעלבע פעסטאקע האט זיך עס געלוינט, עס איז א שרעקליכע עוולה פון די עסקנים!!!
צו באהאלטן וואס עס גייט באמת פאר און וואס איר לייכט זיך אריין ,עס איז נאר צרות, און אלעס פארוואס? און פארוועם? די חעלעמער פלאן!?, מען פארקויפט אינז דידן נצך, יא, יא, שיינע חלומות! די איינציגסטע זאך וואס מיר געווינן איז נייע שונאים יעדן טאג, און גאָרנישט מער! הער מיר צו מיין פריינד, ווען די פיינע עסקנים קומען צו אייך, זיי נישט קיין נער, די דארפט נישט זיין דער נעקסטער קרבן!
Here is a short translation for the English reader.
A few years ago, I received a call from the Rebbe, informing me that I was chosen for a special task. He wanted me to buy a house within a mile of New Square and place non-Jews in it, assuring me it would bring him great pleasure. I felt honored to be selected for this mitzvah and was eager to help. Everything moved quickly, and I soon found myself with a new property. The Rebbe’s people handled the mortgage, deposit, and other details, making the process seamless.
At first, I envisioned a life of Torah and greatness, with all my needs taken care of. However, as time passed, reality set in. The plan, which had initially seemed like a good idea, began to unravel. Rumors circulated that the Rebbe had appointed a committee to buy houses within the mile and rent them to non-Jews, with the goal of keeping Jews away and encouraging those already living nearby to leave.
I soon discovered that I was part of a larger scheme. The promised blessings never materialized, and instead, I faced financial and legal problems. My conscience began to bother me as I realized that I was contributing to a situation that wasn’t holy or just. I started talking to others who had bought houses under similar circumstances, and their experiences were even worse. They had paid inflated prices, and the rental income wasn’t enough to cover the costs.
I’ve hesitated to share my story, but I feel compelled to warn others. This plan is a terrible injustice, and those behind it are hiding the truth. It’s a recipe for trouble, and it’s not worth the potential consequences. Don’t be fooled by the activists who promise you that this will save “Skvere Judaism.” The reality is that we’ll only gain new enemies and create more problems.
When the activists come to you with their proposals, be cautious. Don’t fall into the same trap. Think carefully about the consequences, and don’t let yourself be misled.
Leave a reply to Crazy Cancel reply